AD 3027 YID USDA Program Discrimination Complaint Form

USDA Program Discrimination Complaint Form

AD-3027-v7-July-31-2024-Draft_YID_Fillable_Remediated-YID

Program Discrimination Complaint Form (Individuals)

OMB: 0508-0002

Document [pdf]
Download: pdf | pdf
‫‪AD-3027YID‬‬

‫‪ OMB‬קאנטראל נומער‪0508-0002 :‬‬
‫אפלויף דאטום‪09/30/2027 :‬‬

‫‪ .U.S‬אפטיילונג פון אגריקולטור )‪(U.S. Department of Agriculture‬‬
‫‪ USDA‬פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע בויגן‬
‫אנקלאגער אינפארמאציע‬
‫לעצטע נאמען‬
‫מיטלסטע אינישעל‬

‫ערשטע נאמען‬

‫פאסט אדרעס (רעכנט אריין גאנצע סיטי‪ ,‬סטעיט און זיפ קאוד)‬
‫הויפט טעלעפאן נומער‬

‫צווייטע טעלעפאן נומער‬
‫☐ פאסט‬

‫בעסטע וועג אייך צו דערגרייכן‪:‬‬

‫אימעיל‬
‫☐ טעלעפאן‬

‫☐ אימעיל‬

‫☐ עפעס אנדערש‬

‫אויב איר האט שוועריגקייטן צו פארשטיין די ענגלישע שפראך‪ ,‬קענט איר פארלאנגען שפראך הילף סערוויסעס דורך רופן ‪.866-632-9992‬‬
‫הילף וועט זיין אוועילעבל פאר אינדיווידועלן וועלכע קענען זיך נישט אויס אין ענגליש‪ .‬מענטשן מיט באגרעניצונגען וואס פאדערן אנדערע‬
‫מיטלען פון קאמיוניקאציע )צ‪.‬ב‪ ,.‬ברעיל‪ ,‬גרויס דרוק‪ ,‬אמעריקאנער צייכן שפראך" זאלן זיך פארבינדן מיט די פאראנטווארטליכע סטעיט אדער‬
‫ארטיגע אגענטור וואס געבט דער פראגראם אדער פארבינדט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן דעפארטמענט פון אגריקולטור‬
‫)‪ (UnitedStates Department of Agriculture, USDA‬דורך די פעדעראלע טעלעקאמיוניקאציעס רילעי סערוויס אויף ‪) 711‬קול ‪.(TTY‬‬
‫פארטרעטער אינפארמאציע‬
‫הָאט איר שריפטליכע אויטאריזאציע פונעם פארטרעטער?‬
‫☐ ניין‬
‫☐ יא‬
‫האט איר א פארטרעטער?‬
‫☐ ניין‬
‫☐ יא‬
‫אויב יא‪ ,‬ביטע לייגט צו‪.‬‬
‫לעצטע נאמען‬
‫ערשטע נאמען‬
‫פאסט אדרעס (רעכנט אריין גאנצע סיטי‪ ,‬סטעיט און זיפ קאוד)‬
‫טעלעפאן‬

‫אימעיל‬

‫קלאגע אינפארמאציע‬
‫(לייגט צו נאך בלעטער און שטיצנדע דאקומענטן ווי פארלאנגט)‬
‫‪ .1‬שטעלט צו די נאמען פון די פראגראם וואס איר האט זיך איינגעגעבן פאר (אויב באוואוסט‪/‬שייך)‪.‬‬
‫‪ .2‬וועלט אויס די ‪ USDA‬אגענטור וואס פירט דורך די פראגראם אדער שטעלט צו פעדעראלע פינאנציעלע הילף פאר די פראגראם‪.‬‬
‫☐ אגריקולטורעל מארקעטינג סערוויס )‪(Agricultural Marketing Service, AMS‬‬
‫☐ פרעמדע אגריקולטורישע סערוויס )‪/(Foreign Agricultural Service, FAS‬טרעיד און פרעמדע אגריקולטורישע אנגעלעגנהייטן‬
‫)‪(Trade and Foreign Agricultural Affairs, TFAA‬‬
‫☐ עסן און נערונג סערוויס )‪(Food and Nutrition Service, FNS‬‬
‫☐ פארעסט סערוויס )‪(Forest Service, FS‬‬
‫☐ פארם סערוויס אגענטור )‪(Farm Service Agency, FSA‬‬
‫☐ נאציאנאלע אינסטיטוט פון עסנווארג און אגריקולטור )‪(National Institute of Food and Agriculture, NIFA‬‬
‫☐ נאציאנאלע ריסאורסעס קאנסערוועישאן סערוויס )‪(Natural Resources Conservation Service, NRCS‬‬
‫☐ רורעל דעוועלאפמענט )‪(Rural Development, RD‬‬
‫☐ נישט באוואוסט‬
‫☐עפעס אנדערש‬
‫‪ .3‬דאטום פון לעצטע אנגעבליכע דיסקרימינאציע ‪ .4‬לאקאציע און‪/‬אדער אדרעס פון די אפיס וואו די דיסקרימינאציע איז פארגעקומען‬
‫(ממ‪/‬טט‪/‬יייי)‬

‫‪ .5‬ווער גלייבט איר האט דיסקרימינירט אנטקעגן אייך? רעכנט אריין די נאמען(נעמען) פון די מענטש(ן) אריינגעמישט אין די אנגעבליכע‬
‫דיסקרימינאציע (אויב באקאנט)‪.‬‬

‫‪AD-3027‬‬

‫‪ OMB‬קאנטראל נומער‪0508-0002 :‬‬
‫אפלויף דאטום‪09/30/2027 :‬‬

‫‪ .U.S‬אפטיילונג פון אגריקולטור )‪(U.S. Department of Agriculture‬‬
‫‪ USDA‬פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע בויגן‬

‫‪ .6‬וואס האט פאסירט צו אייך (ביטע רעכנט אריין דאטומען פון יעדע פארלעצונג)?‬

‫‪ .7‬עס איז א פארלעצונג פון די געזעץ צו דיסקרימינירן אנטקעגן אייך באזירט אויף די פאלגנדע‪ :‬ראסע‪ ,‬קאליר‪ ,‬נאציאנאלע אפשטאם‪ ,‬רעליגיע‪,‬‬
‫סארט אריינגערעכנט דזשענדער אידענטיטעט און אויסדריק‪ ,‬געשלעכטליכע אויסשטעל‪ ,‬באגרעניצונג‪ ,‬עלטער‪ ,‬הייראט סטאטוס‪,‬‬
‫פאמיליע‪/‬עלטערן סטאטוס‪ ,‬איינקונפט באקומען פון א פובליק הילף פראגראם‪ ,‬און פאליטישע גלויבונגען‪( .‬נישט אלע באזעס זענען שייך צו אלע‬
‫פראגראמען)‪ .‬נקמה איז פארבאטן באזירט אויף פריערדיגע ציווילע רעכטן אקטיוויטעט‪.‬‬
‫איך גלייב אז מען האט דיסקרימינירט אנטקעגן מיר צוליב מיין‪:‬‬
‫☐ ראסע‬

‫☐ סארט‬

‫☐ געשלעכטליכע אויסשטעל‬

‫☐ הייראט סטאטוס‬
‫☐ דזשענדער אידענטיטעט (אויסדריק)‬

‫☐ קאליר‬

‫☐ באגרעניצונג‬

‫☐ פאמיליע‪/‬עלטערן סטאטוס‬

‫☐ נאציאנאלע אפשטאם‬

‫☐ עלטער‬

‫☐ איינקונפט פון פובליק הילף‬

‫☐ פאליטישע גלויבונגען‬

‫☐ רעליגיע‬

‫☐ נקמה (פריערדיגע ציווילע רעכטן אקטיוויטעט)‬
‫לעזונגען‬

‫‪ .8‬וויאזוי וואלט איר געוואלט מען זאל שליכטן אייער קלאגע?‬
‫‪ .9‬האט איר אריינגעגעבן א קלאגע איבער דעם אינצידענט(ן) מיט אן אנדערע פעדעראלע‪ ,‬שטאטישע אדער לאקאלע אגענטור אדער מיט א‬
‫געריכט?‬
‫‪ .10‬אויב יא‪ ,‬מיט וועלכע אגענטור אדער געריכט האט איר עס אריינגעגעבן?‬

‫באקלאגער'ס אונטערשריפט‬

‫דאטום‬

‫‪ .11‬אויב יא‪ ,‬ווען האט איר עס אריינגעגעבן?‬
‫(ממ‪/‬טט‪/‬יייי)‬

‫אונטערשריפט פונעם פארשטייער‬

‫דאטום‬

‫‪ OMB‬קאנטראל נומער‪0508-0002 :‬‬
‫אפלויף דאטום‪09/30/2027 :‬‬

‫אנווייזונגען‬
‫ציל‪ :‬די אגריקולטור דעפארטמענט ‪ )AD 3027( 3027‬פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע פארם קען ווערן גענוצט אריינצוגעבן א קלאגע‬
‫אויב איר גלייבט אז איר זענט אדורך דיסקרימינאציע אין סיי וועלכע ‪ USDA‬פראגראם אדער אקטיוויטעט‪ ,‬און איר ווילט אריינגעבן א‬
‫קלאגע פון דיסקרימינאציע‪ .‬מען קען נוצן דעם פארם אריינצוגעבן א קלאגע פון דיסקרימינאציע באזירט אויף ראסע‪ ,‬קאליר‪ ,‬נאציאנאלע‬
‫אפשטאם (אריינגערעכנט באגרעניצטע ענגלישע קענטעניס)‪ ,‬רעליגיע‪ ,‬סארט אריינגערעכנט דזשענדער אידענטיטעט און אויסדריק‪,‬‬
‫געשלעכטליכע אויסשטעל‪ ,‬באגרעניצונג‪ ,‬עלטער‪ ,‬הייראט סטאטוס‪ ,‬פאמיליע‪/‬עלטערן סטאטוס‪ ,‬איינקונפט באקומען פון א פובליק הילף‬
‫פראגראם‪ ,‬און פאליטישע גלויבונגען‪ .‬איר קענט אויך נוצן דעם בויגן אריינצוגעבן א פראגראם קלאגע וואס באשולדיגט א נעגאטיווע ווירקונג‬
‫צו אייער געזונט אדער די סביבה פון א באשיצטע גרופע פאראורזאכט דורך די פראגראם אדער אקטיוויטעטן פון ‪ ,USDA‬איר מיסיע‬
‫ערטער אדער אגענטורן‪.‬‬
‫איר ווערט נישט פארלאנגט צו נוצן דעם פארם אריינצוגעבן א דיסקרימינאציע קלאגע‪ ,‬איר קענט אנשטאט דעם פארם אריינשיקן א בריוו‬
‫אדער אימעיל‪ .‬די בריוו אדער אימעיל מוז אריינרעכענען די אינפארמאציע פארלאנגט אין שירות ‪ 1-11‬אויף די פארם‪ .‬אויב איר באשליסט‬
‫צו נוצן דעם פארם‪ ,‬ביטע טייפ'ט אדער דרוקט אלע אינפארמאציע אין שירות ‪ 1-11‬אויף די פארם און נוצט נאך בלעטער אויב איר דארפט‬
‫מער פלאץ‪ .‬אויב איר דארפט הילף אויסצופילן דעם פארם‪ ,‬רופט ‪.866-632-9992‬‬
‫אין איינקלאנג מיט )‪ ,7 CFR 16.4(d‬קענען געניסער און מעגליכע געניסער אין פראגראמען געשטיצט דורך אומדירעקטע פינאנציעלע‬
‫הילף פון ‪ USDA‬אריינגעבן שריפטליכע קלאגעס מיט ‪ USDA‬וואס באשולדיגט פארלעצונגען פון די געזעץ'ס רעליגיעזע פרייהייט‬
‫באשיצונגען דורך זיך פארבינדן אדער אריינגעבן א שריפטליכע קלאגע מיט ‪'USDA‬ס אפיס פון די געהילף סעקרעטאר פאר ציווילע רעכטן‬
‫(‪.)Office of the Assistant Secretary for Civil Rights, OASCR‬‬
‫אויב איר דארפט הילף אויסצופילן די פארם (אריינגערעכנט איבערזעצונג סערוויסעס)‪ ,‬קענט איר רופן ‪ ;(866) 632-9992‬הילף וועט זיין‬
‫אוועילעבל אין ענגליש און פאר מענטשן וועלכע קענען זיך נישט גוט אויס אין ענגליש אדער אין אנדערע שפראכן‪ .‬מענטשן מיט‬
‫באגרעניצונגען וואס פאדערן אנדערע מיטלען פון קאמיוניקאציע צו באקומען פראגראם אינפארמאציע (צ‪.‬ב‪ .‬ברעיל‪ ,‬גרויסע דרוק‪ ,‬און‬
‫אמעריקאנער צייכן שּפראך)‪ ,‬זאלן זיך פארבינדן מיט די פאראנטווארטליכע סטעיט אדער ארטיגע אגענטור וואס געבט דער פראגראם‬
‫אדער זיך פארבינדן מיט ‪ USDA‬דורך די טעלעקאמיוניקאציעס רילעי סערוויס אויף ‪( 711‬קול און ‪)TTY‬‬
‫מיר דארפן האבן אן אונטערגעשריבענעם קאפיע פון אייער קלאגע‪ .‬אן אומפארענדיגטע אדער נישט אונטערגעשריבענע פארם אדער‬
‫בריוו וועט אויפהאלטן פראסעסירונג פון אייער קלאגע‪.‬‬
‫דעדליין אריינצוגעבן‪ :‬א פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע דארף ווערן אריינגעגעבן אינערהאלב ‪ 180‬טעג פון די דאטום וואס איר האט‬
‫געוואוסט אדער געדארפט צו וויסן פון די אנגעבליכע דיסקרימינאציע סיידן די צייט פאר אריינגעבן איז פארלענגערט געווארן דורך ‪.USDA‬‬
‫קלאגעס געשיקט דורך פאסט ווערט באטראכט אלץ אריינגעגעבן ביים דאטום ווען די ‪ USDA‬האט ערהאלטן די קלאגע‪ .‬קלאגע דאקומענטן‬
‫אדער קלאגע פארםס געשיקט דורך אימעיל ווערן באטראכט אלץ אריינגעגעבן ביים דאטום ווען די ‪ USDA‬האט ערהאלטן די קלאגע‪.‬‬
‫קלאגעס ערהאלטן נאך די ‪-180‬טאג דעדליין מוז אריינרעכענען א 'גוטע אורזאך' ערקלערונג פאר די פארשפעטיגונג‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬אויב‪:‬‬
‫‪ .1‬איר האט נישט לאגיש געקענט וויסן פון די דיסקרימינאציע אקט אינערהאלב די ‪-180‬טאג צייט אפשניט;‬
‫‪ .2‬איר זענט געווען ערנסט קראנק אדער ערנסט באגרעניצט; אדער‬
‫‪ .3‬די זעלבע קלאגע איז געווארן אריינגעגעבן מיט אן אנדערע פעדעראלע‪ ,‬סטעיט‪ ,‬אדער לאקאלע אגענטור און יענע אגענטור האט‬
‫גארנישט געטון מיט אייער קלאגע‪.‬‬
‫‪ USDA‬פאליסי‪ :‬פעדעראלע געזעץ און פאליסי פארבאטן דיסקרימינאציע אנטקעגן אייך באזירט אויף ראסע‪ ,‬קאליר‪ ,‬און נאציאנאלע אפשטאם‬
‫אריינגערעכנט דיסקרימינירונג באזירט אויף מיטגעטיילטע אפשטאם אדער עטנישע כאראקטערן אדער באזירט אויף בירגערשאפט אין א לאנד‬
‫מיט א פירנדע רעליגיע‪ .‬דיסקרימינאציע באזירט אויף ראסע‪ ,‬קאליר‪ ,‬און נאציאנאלע אפשטאם שליסט אויך איין דיסקרימינאציע באזירט אויף‬
‫טשעפערייען‪ ,‬וויבאלד איר און‪/‬אדער אן אנדערע מענטש זענען‪ ,‬צום ביישפיל‪ ,‬אידיש‪ ,‬מוסלמעניש‪ ,‬אראביש‪ ,‬הינדו‪ ,‬אדער סיק; אדער באזירט‬
‫אויף אנדערע עטנישע און רעליגיעזע אייגנשאפטן‪ .‬צום ביישפיל‪ ,‬מענטשן וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו עטנישע טשעפערייען (אזוי ווי‬
‫אנטיסעמיטישע אדער אנטי‪-‬מוסלים טשעפערייען); געטשעפעט פאר וויאזוי זיי קוקן אויס‪ ,‬טוען זיך אן‪ ,‬אדער רעדן אין וועגן פארבינדן צו זייער‬
‫עטנישע הונטערגרונד (אזוי ווי הויט קאליר‪ ,‬רעליגיעזע קליידער‪ ,‬אדער שפראך גערעדט); אדער סטיריאטיפ'ט באזירט אויף זייער אנגענומענע‬
‫עטנישע אייגנשאפטן‪ USDA .‬וועט באשטימען אויב זיי האבן יוריסדיקציע אונטער די געזעץ צו פראסעסירן די קלאגע אויף די באזיס‬
‫אידענטיפיצירט אין די קלאגע און אין די פראגראמען אנגעצייגט אין די קלאגע‪ .‬נקמה איז פארבאטן באזירט אויף פריערדיגע ציווילע רעכטן‬
‫אקטיוויטעט‪.‬‬
‫וואו אריינצוגעבן אייער קלאגע‪ :‬איר קענט אריינשיקן אייער פארענדיגטע פארם אדער בריוו צו די ‪ USDA‬דורך‪:‬‬
‫פאסט‪U.S. Department of Agriculture Office of the Assistant Secretary for Civil Rights 1400 Independence :‬‬
‫‪.Avenue, SW Washington, D.C. 20250-9410‬‬
‫אימעיל‪[email protected] :‬‬
‫פאר מער אינפארמאציע באזוכט‪https://www.usda.gov/oascr/how-to-file-a-program-discrimination-complaint. :‬‬

‫‪ OMB‬קאנטראל נומער‪0508-0002 :‬‬
‫אפלויף דאטום‪09/30/2027 :‬‬

‫לעגאלע אינפארמאציע‬
‫צושטימונג‪ :‬די ‪ USDA‬פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע פארם ווערט צוגעשטעלט אין איינקלאנג מיט די פריוואטקייט אקט פון ‪1974‬‬
‫(‪ )5 U.S.C. §552a‬און ווערט גענוצט צו באקומען אינפארמאציע פאר פראסעסירונג קלאגעס פון דיסקרימינאציע‪ USDA .‬פארלאנגט די‬
‫אינפארמאציע אין איינקלאנג צו ‪ CFR 7‬טייל ‪.15‬‬
‫אויב די פארענדיגטע פארם ווערט אנגענומען אלס א קלאגע‪ ,‬וועט די אינפארמאציע געזאמעלט דורכאויס די אויספארשונג ווערן גענוצט צו‬
‫פראסעסירן אייער פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע‪.‬‬
‫נקמה איז פארבאטן‪ :‬קיין שום אגענטור‪ ,‬אפיציר‪ ,‬ארבעטער‪ ,‬אדער אגענט פון די ‪ ,USDA‬אריינגערעכנט מענטשן וואס פארטרעטן די‬
‫‪ USDA‬און אירע פראגראמען‪ ,‬זאלן דערשרעקן‪ ,‬באדראען‪ ,‬טשעפענען‪ ,‬צווינגען‪ ,‬דיסקרימינירן אנטקעגן‪ ,‬אדער אויסערדעם נקמה נעמען‬
‫אנטקעגן איינער וואס האט אריינגעגעבן א קלאגע פון אנגעבליכע דיסקרימינאציע אדער וואס נעמט אנטייל אין סיי וועלכן אויפן אין אן‬
‫אויספארשונג אדער אנדערע פראצעדור וואס שטאמט פון קלאגעס פון דיסקרימינאציע‪.‬‬
‫פריוואטקייט אקט דערקלערונג (‪)U.S.C. § 552a 5‬‬
‫אויטאריטעטן‪ :‬זאמלונג די אינפארמאציע ווערט אויטאריזירט דורך טיטל ‪ VI‬פון די ציווילע רעכטן אקט פון ‪ ;)42 U.S.C. § 2000d( 1964‬און‬
‫אפטיילונגען ‪ 504‬און ‪ 508‬פון די ריהאביליטאציע אקט פון ‪ )29 U.S.C. §§ 794; 794d( 1973‬און סיי וועלכע אנדערע אנטי‪-‬דיסקרימינאציע‬
‫סטאטוטס‪ ,‬געזעצן און פאדערונגען‪.‬‬
‫ציל‪ :‬די אינפארמאציע געזאמעלט אויף די פארם ווערט גענוצט פאר פראסעסירונג קלאגעס פון דיסקרימינאציע אונטער די סטאטוס‬
‫אויסגערעכנט אין די "אויטאריטעטן" אפטיילונג פון די מעלדונג‪ .‬סיי וועלכע אינפארמאציע באקומען פון די פארם וועט ווערן אויפגעהאלטן אין‬
‫אונזער סיסטעם פון רעקארד‪.‬‬
‫געווענליכע באנוצן‪ :‬מער אינפארמאציע אויף די געווענליכע באנוצן פאר די סיסטעם קען מען טרעפן אין די סיסטעם פון רעקארדס מעלדונג‬
‫‪ USDA-2021-0007‬רעקארדס אויפגעהאלטן דורך ‪ OASCR‬קען געזען ווערן דורך די אינטערנעט אויף‬
‫‪.https://www.usda.gov/home/privacy-policy/system-records-notices‬‬
‫אנטפלעקונג‪ :‬צושטעלן די אינפארמאציע איז פרייוויליג‪ .‬פארפעלונג צו ענדיגן די פארם קען פירן צו אן אויפהאלטונג אין פראסעסירונג פון די‬
‫קלאגע אדער אפזאג פון די קלאגע צוליב נישט האבן גענוג אינפארמאציע צו פאראויס גיין מיט פראסעסירונג‪.‬‬
‫פאפירווארק פארמינערונג אקט דערקלערונג‬
‫די פאפירווארק פארמינערונג אקט פון ‪ )44 U.S.C. 3501 et seq.( 1995‬פארלאנגט אונז אייך צו מעלדן אז די אינפארמאציע ווערט‬
‫געזאמעלט צו פארזיכערן אז אייער קלאגע ענטהאלט אלע אינפארמאציע פארלאנגט עס צו פראסעסירן אינגאנצן‪ OASCR .‬וועט נוצן די‬
‫אינפארמאציע צו פראסעסירן אייער דיסקרימינאציע קלאגע‪.‬‬
‫אן ענטפער צו די פארלאנג איז)‪ .‬פרייוויליג‪ .‬די אינפארמאציע איר שטעלט צו אויף דעם פארם וועט בלויז ווערן מיטגעטיילט מיט מענטשן‬
‫וועלכע האבן אן אפיציעלע געברויך צו וויסן און וועט באשיצט ווערן פון פובליק אויפדעקונג אין איינקלאנג צו די געזעצן פון די פריוואטקייט‬
‫אקט‪ 5 U.S.C. § 522a(b)( ,‬די צייט געשאצט וואס מען דארף אויסצופילן דעם פארם איז ‪ 60‬מינוט‪ .‬איר קענט שיקן באמערקונגען‬
‫אנבאלאנגט די פונקטליכקייט פון די שאצונג און סיי וועלכע קאמענטירן צו נידערן די צייט אויסצופילן דעם פארם צו די‬
‫‪.‬‬
‫‪U.S. Department of Agriculture, Office of the Assistant Secretary for Civil Rights‬‬
‫‪1400 Independence Avenue, SW, Mail Stop 9410, DC, 20250-9410‬‬
‫אן אגענטור קען נישט דורכפירן אדער ספאנסאר'ן‪ ,‬ווי אויך דארף קיינער נישט ענטפערן צו‪ ,‬קיין אינפארמאציע זאמלונג‬
‫אויסער אויב עס צייגט א יעצטיגע גילטיגע ‪ OMB‬קאנטראל נומער‪ .‬דער ‪ OMB‬קאנטראל נומער פאר די בויגן איז ‪0508-0002‬‬

‫‪ OMB‬קאנטראל נומער‪0508-0002 :‬‬
‫אפלויף דאטום‪09/30/2027 :‬‬

‫טיטל ‪ VI‬און ענווייראנמענטאל גערעכטיגקייט‬
‫טיטל ‪ VI‬פון די ציווילע רעכטן אקט פון ‪ 1964‬פארלאנגט פעדעראלע אגענטורן צו פארזיכערן אז פראגראמען אדער אקטיוויטעטן באקומען‬
‫פעדעראלע פינאנצירונג אריינגערעכנט די וואס אפעקטירן מענטשליכע געזונט אדער די ענווייראנמענט‪ ,‬זאלן נישט נוצן דיסקרימינאציע‬
‫קריטעריע‪ ,‬אויפנים‪ ,‬אדער פראקטיקן וואס טוען נעגאטיוו באווירקן באשיצטע גרופעס‪ USDA .‬שטופט פאראויס ענווייראנמענטאלע‬
‫גערעכטיגקייט דורך דורכפירן אירע פאראנטווארטליכקייטן אונטער די געזעץ צו אידענטיפיצירן און אדרעסירן נישט צוגעפאסטע און‬
‫נעגאטיווע פובליק געזונטהייט און ענווייראנמענטאלע‪ ,‬קלימאטן‪-‬פארבינדענע‪ ,‬און קיומולעטיווע באווירקונגען אויף געמיינדעס מיט‬
‫ענווייראנמענטאלע גערעכטיגקייט זארגן‪ USDA .‬לאדנט די פובליק צו ברענגען צו איר אויפמערקזאמקייט מעגליכע פארלעצונגען פון‬
‫אונזער לאנד'ס ענווייראנמענטאלע געזעצן‪ .‬ביטע נוצט דעם פארם צו לאזן די ‪ USDA‬וויסן פון סיי וועלכע ענווייראנמענטאלע‪ ,‬געזונט און‬
‫קלימאט ווירקונגען אויף מענטשן און געמיינדעס וועלכע קען ווערן פאראורזאכט דורך די שריט פון ‪ ,USDA‬אירע מיסיע ערטער אדער‬
‫אגענטורן‪ .‬ביטע פארשטייט אז אריינגעבן די קלאגע פארם האט נישט קיין ווירקונג אויף סיי וועלכע סטאטוט פון באגרעניצונגען אדער‬
‫אנדערע פארלאנגען אריינצוגעבן וועלכע קען זיין שייך צו סיי וועלכע קלאגע איר האט מעגליך‪ .‬נאכמער‪ ,‬דורך אריינגעבן די קלאגע האט‬
‫איר נישט אנגעפאנגען קיין געריכט פראצעדור אדער אנדערע לעגאלע פראצעדור‪ ,‬און די אפיס האט נישט אנגעפאנגען א געריכט‬
‫פראצעדור אדער פראצעדור פאר אייך‪.‬‬
‫נאציאנאלע אפשטאם דיסקרימינאציע‬
‫דיסקרימינאציע באזירט אויף נאציאנאלע אפשטאם שליסט איין דיסקרימינאציע באזירט אויף די לאנד‪ ,‬וועלט ראיאן‪ ,‬אדער פלאץ וואו א‬
‫מענטש אדער זיינע זיידעס קומען פון; א מענטש'ס באגרעניצטע ענגלישע קענטעניס אדער ענגלישע לערנער סטאטוס; און א מענטש'ס‬
‫פאקטישע אדער אנגענומענע מיטגעטיילטע אפשטאם אדער עטנישע אייגנשאפטן‪ ,‬אריינגערעכנט זיין א מיטגליד אין א רעליגיע וועלכע קען‬
‫ווערן באטראכט ארויסצוווייזן די אייגנשאפטן (צ‪.‬ב‪ ,.‬הינדו‪ ,‬אידיש‪ ,‬מוסלים‪ ,‬און סיק סטודענטן)‪.‬‬
‫‪ USDA‬אקסעסיביליטי דערקלערונג‬
‫אפטיילונג ‪ 508‬פון די ריהאביליטאציע אקט פון ‪ ,1973‬ווי פארראכטן (‪ )U.S.C. 794d 29‬ערלויבט אינדיווידועלן אריינצוגעבן‬
‫אדמיניסטראטיווע קלאגעס און ציווילע שריט אנטקעגן די אפטיילונג‪ ,‬באגרעניצט צו דעם אפטיילונג'ס אנגעבליכע פארפעלונג צו באקומען‬
‫צוטריטליכע טעכנאלאגיע‪ .‬די סטאטוט פארלאנגט פעדעראלע אגענטורן צו פראסעסירן אפטיילונג ‪ 508‬קלאגעס לויט די זעלבע קלאגע‬
‫פראצעדורן גענוצט צו פראסעסירן אפטיילונג ‪ 504‬קלאגעס‪ USDA .‬איז פארשפראכן צו מאכן אירע דידזשיטעל אינהאלט צוטריטליך‪.‬‬
‫‪ USDA‬קאסטומערס‪ ,‬ארבעטער‪ ,‬דזשאב אפליקאנטן‪ ,‬און מיטגלידער פון די פובליק מיט באגרעניצונגען דארפן האבן צוטריט צו‬
‫אינפארמאציע און קאמיוניקאציע טעכנאלאגיע (‪ )Information and Communication Technology, ICT‬ענליך צו די צוטריט אוועילעבל‬
‫צו מענטשן אן באגרעניצונגען‪.‬‬


File Typeapplication/pdf
File TitleAD-3027, USDA פראגראם דיסקרימינאציע קלאגע בויגן (YID)
SubjectAD 3027, Title XI, OASCR, דיסקרימינאציע, קלאגע בויגן
AuthorOffice of the Assistant Secretary for Civil Rights (OASCR)
File Modified2024-11-22
File Created2024-10-22

© 2025 OMB.report | Privacy Policy